Hoppa till huvudinnehåll
 

Jiddisch

אינסטאַנץ וואָס שאַפֿט און פֿאַרשפּרײט קענטשאַפֿט וועגן דעם לעבנס־מצבֿ פֿאַר יוגנט און די תּנאָים פֿון דער ציווילער געזעלשאַפֿט. מיר טיילן אויס מלוכה־געלט צו אי גרויסע אי קליינע ארגאַניזאַציעס כּדי זײ זאַלן קענען אָנפֿירן מיט זײער אַרבעט. אונדזערע אינטערנאַציאָנאַלע קאָאָפּעראַציעס גיבן יוגנט די מעגלעכקײט צו אַרבעטן ווי וואָלונטירן, שטודירן אָדער פּראַקטיצירן אין אַן אַנדער אײראָפּעישן לאַנד.
עם־או־זע־עף איז דער נאַציאָנאַלער ביוראָ פֿאַר די אײ”פֿ־פּראָגראַמען ״עראַסמוס+״ און ״די אײראָפּעיִשע סאָלידאַריטעט־ליגע״.

די ציוויל־געזעלשאַפֿטלעכע פּאָליטיק

דער ציל פֿון דער ציוויל־געזעלשאַפֿטלעכער פּאָליטיק איז צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿאַר דער ציווילער געזעלשאַפֿט ווי אַ צענטראַלער טייל פֿון דער דעמאָקראַטיע. מע זאָל דאָס טאָן צוזאַמען מיט די ציוויל־געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. 

אונדזערע אויפֿגאַבעס קומען פֿון דער רעגירונג און מיר גיבן אויך איבער אַ רעפּאָרט צו איר, דער רעגירונג, וועגן דעם רעזולטאַט פֿון דער אַרבעט. אין משך פֿון 2022 ביז 2024 אַרבעטן מיר בפֿרט פֿאַרן:

  • פֿאַרגרעסערן די עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס קענטשאַפֿט וועגן דעם מצבֿ, ראָלע און מערווערט פֿון דער ציווילער געזעלשאַפֿט.
  • פֿאַרבעסערן די אייניקייט, קאָאָפּעראַציע און דורכזעיִקײט ווען מען טיילט אויס מלוכה־געלט צו עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס.
  • פֿאַרבעסערן די קאָאָפּּעראַטיווע פּראָצעסן בײַ די עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס כּדי צו בעסער אײַנשליסן די ציווילע געזעלשאַפֿט. 

די  יוגנט־פּאָליטיק

דער ציל פֿון דער שוועדישער יוגנט־פּאָליטיק איז צו פֿאַרזיכערן דעם, וואָס אַלע יונגע מענטשן זאָלן האָבן אַ גוטן לעבנס־מצבֿ, די מעגלעכקײט צו בויען אַ גוטע לעבן פֿאַר זיך און השפּעה איבער דער געזעלשאַפֿטלעכער אַנטוויקלונג. 

אונדזערע אויפֿגאַבעס קומען פֿון דער רעגירונג און מיר גיבן אויך איבער אַ רעפּאָרט צו איר, דער רעגירונג, וועגן דעם רעזולטאַט פֿון דער אַרבעט. אין משך פֿון 2022 ביז 2024 אַרבעטן מיר בפֿרט פֿאַרן:

  • פֿאַרבעסערן דאָס אײַנשליסן יוגנט סאָציאַל, כּדי זײ זאָלן קענען זיך עטאַבלירן אין דעם אַרבעט־ און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.
  • פֿאַרבעסערן דעם צוטריט צו גוטע און סטימולירנדיקע פֿרײַצײַט־אַקטיוויטעטן פֿאַר אַלע יוגנט.
  • פֿאַרקלענערן די אונטערשײדן צווישן יונגע לײַט וואָס שײך דערציִונג־ און לעבנס־מצבֿ.
  • פֿאַרבעסערן דאָס פּסיכישע געזונט פֿון יוגנט.

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז

ביסט תּמיד באַגריסט זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט עם־או־זע־עף. אונדזער ביוראָ איז דאָ אין וועקזשע און דו קענסט אונדז גרינג גרײכן דורך: 

  • בליצפּאָסט: info@mucf.se
  • טעלעפֿאָן: 010-160 10 00

אַלע די אינפֿאָרמאַציעס איבערגעבן צו עמ־או־זע־עף ווערן עפֿנטלעכע דאָסיעען וואָס אַלע אינדיווידן האָבן דאָס רעכט צו פֿאָדערן איבערצוזען. פֿאַר דעם וואָס מע קען איבערגעבן אַן עפֿנטלעכע דאָסיע, שאַץ מען אָפּ צי זי, די דאָסיע, האַלט בסודיקע אינפֿאָרמאַציעס.

טאָמער, ווילסטו פֿאָדערן איבערצוזען אַן עפֿנטלעכע דאָסיע, שטעלסטו זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אַ רעגיסטראַטאָר דורך registrator@mucf.se אָדער דורך טעלעפֿאָן 010-160 10 00.